א געבעטל, דארט ביים ברעטל
א מקוה טינק, א קאווע טרינק
א אידיש ציהל, מיט געפיל, די הייליגע שול
דער פארדינגט, געטראפן פונקט
קום דא נענטער, נא א צענטער
א אידיש ציהל, מיט געפיל, די הייליגע שול
טוישן טשעקלעך, טרעפן פעקלעך
וויאזוי די ראוד, פאר וועם מ'וואוט
גאנצע קופקעס קרעמלעך, דערציילן דאס פאר וועם עלעך
אלעס דרייט זיך וואס מ'רעדט אין שול
סידי'ס, ענינים - אויף חינוך הבנים
מ'בארגט ווי גרויסע סוחרים, באקומסט עס אין א וואך ארום
איך ברענג דיר צו ס'געלט דא אין שול
שטייט זיך תמיד, ביי דעם עמוד
דאס אידיש לעבן, טוט זיך וועבן, ארום דעם שול
איינער שרייט, איך זיך א רייד
א אידיש ציהל, מיט געפיל, די הייליגע שול
מ'פארברענגט, ס'איז אנגעשטרענגט
די קינדער א פייט, די טאטע גייט
א אידיש ציהל, מיט געפיל, די הייליגע שול
די פעדלער אויך, א דאלער ברויך
זייפן, טאבלעטן, ראול'ס, באגעטן
וועש פון אלע פירעמע'ס, נאך א רעגן פול מיט שורעמעס
נאך דרייסיג טעג, ווערט הפקר אלס פון שול
א שמחה איך מאך, וואס די שפראך
ביים מופן איך האלט, א קשיא באלד
א שידוך קעמען שליסן, נאר אויב יעדער יוד וועט שמועסן
מיין מחותן איז א מזרח יוד אין שול
הם משכימים, געלטער סכומים
די באשעפער זעהט, דער יוד ער בעהט
פאריאגט, פארפלאגט, דאך ער זאגט
פון אלעם פארגעסט ער, צום טאטען די גרעסטער
אין אזא תוהו ובוהו, ווייסט ער אז השם רועי
ער זאגט קום דריי מאל אין שול
א חבר באליבט, אין פאון ער ביפט
נעם אן מיין אפאלעדזשי, איך לעש אויס מיין טעקנאלעדזשי
שששש... מ'דאווענט אין שול
בענטשט ער זיי, א שפע משמי
ברוך אתה השם, המברך את עמו ישראל בשלום